Tags

,


וואסער אן לשון

דער ים
האט פון זיין זייט
א ריפ ארויסגעריסן
און געזאגט:
גיי,
לייג זיך דארטן,
זיי מיר א סימן אז איך בין
גרויס,
מעכטיק בינ איך.
גיי,
זיי מיר א סימן.

ליגט דער קאנאל ביי מיינע פענצטער
שטום.

וואס קען נאך טרויעריקער זיין
ווי וואסער
אן לשון

Malka Heifetz Tussman, o Malkeh Hefets Ṭuzman, (Bolshaya-Chaitcha, Ucraina, 1896). Poetisa.

Advertisements